ווי אַזוי מיר אַרבעטן בײַ Krisinformation.se (Om Krisinformation.se)
Krisinformation.se פֿירט איבער אינפֿאָרמאַציע פֿון מאַכט־אָרגאַנען און אַנדערע פֿאַראַנטוואָרטלעכע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס אין משך פֿון אַ קריזיס אָדער אַן ערנסטער געשעעניש.
צונויפֿגעזאַמלטע אינפֿאָרמאַציע פֿון שוועדישע מאַכט־אָרגאַנען
Krisinformation.se ווענדט זיך צום ברייטן עולם און איז דער געמיינזאַמער קאַנאַל פֿון די שוועדישע מאַכט־אָרגאַנען פֿאַרן אינפֿאָרמירן וועגן אַ קריזיס. מיר קלײַבן אַלץ צונויף אויף איין אָרט, כּדי עס זאָל זײַן גרינג צו געפֿינען די אינפֿאָרמאַציע, ניט אָפּהענגיק פֿון וועלכן מאַכט־אָרגאַן טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אָנפֿירן מיטן מצבֿ. די אַדמיניסטראַציע פֿאַר ציווילשיץ פֿירט אָן מיטן וועבזײַטל Krisinformation.se.
מיר סומירן די וויכטיקסטע פּרטים און שטעלט פֿאָר אַן איבערבליק פֿונעם מצבֿ. אויף Krisinformation.se באַקומט איר די גרונטיקע אינפֿאָרמאַציע וואָס איר דאַרפֿט, כּדי צו קענען אָנפֿירן מיט דער סיטואַציע. טאָמער ווילט איר ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע, העלפֿן מיר צו מיטן שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן פֿאַראַנטוואָרטלעכן אַקטיאָר וואָס וועט אײַך געבן טיפֿערער אינפֿאָרמאַציע. Krisinformation.se אינפֿאָרמירט איידער, אין משך פֿון און נאָך אַ קריזיס, אָדער אין דעם ערגסטן פֿאַל, אַ מלחמה.
וואָס מיר פּובליקירן
אויף Krisinformation.se באַקומט איר וואָרענונגען, אַקטועלע אינפֿאָרמאַציע און עצות וועגן ווי אַזוי איר קענט זיך צוגרייטן צו פֿאַרשיידענע קריזיסן. די רעדאַקציע פּובליקירט אויך אינטערוויוען און רעפּאָרטאַזשן וואָס האַנדלען זיך וועגן קריזיס־גרייטקייט און קריזיס־אָנפֿירונג.
שריפֿטלעכע קוואַלן
כּדי Krisinformation.se זאָל קענען איבערגעבן אינפֿאָרמאַציע, מוזט קודם אַ מאַכט־אָרגאַן, אַ קאָמונאַלע פֿאַרוואַלטונג אָדער עפּעס אַן אַנדער מין פֿאַראַנטוואָרטלעכער געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיאָר פּובליקירן שריפֿטלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם. Krisinformation.se שטעלט תּמיד פֿאָר פֿאַרבינדונגען צו די דאָזיקע קוואַלן, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז יעדער באַזוכער קען זען פֿון וואַנען די אינפֿאָרמאַציע קומט.
קאַנאַלן
Krisinformation.se איז אַ וועבזײַטל, אָבער ס'איז אויך פֿאַראַן ווי אַן אַפּליקאַציע און אין סאָציאַלע מעדיומס. מען מעגט גערן שטעלן פֿראַגעס צו דער רעדאַקציע אויף פֿייסבוק, אינסטאַגראַם אָדער דורך בליצפּאָסט. מיר זענען אויך פֿאַראַן אויף דער פּלאַטפֿאָרמע עקס (X).
אַנדערע שפּראַכן
Krisinformation.se האָט אינפֿאָרמאַציע אויף שוועדיש, ענגליש און לײַכטערן שוועדיש. געוויסע גרונט־אינפֿאָרמאַציע וועגן, למשל, וואַלד־פֿײַערן און וואַסער־מאַנגל איז איבערגעזעצט אויף אַ ריי אַנדערע שפּראַכן. מיר זעצן אויך איבער אויף מער שפּראַכן אין משך פֿון געוויסע גרעסערע קריזיסן און געשעענישן.